1 ביוני 2007

איז די "אַנטפּלעקונג" טאַקע אַ לאָגישער הכרח? - מהדורא שניה

אין ליכט פון די קאָמענטאַרן פון "געוועזענער עילוי" האָב איך באַשלאָסן פאָרצושטעלן פאַר די חשוב'ע לייענער אַ צווייטע מהדורא פונעם פריערדיגן פּאָסט אָנגעפאַנגען מיט די טענות.

אַלזאָ, לאָמיר אָביעקטיוו אַריינטראַכטן און ריכטיג זיך פאַרטיפן אין דער אַרגומענט.
לויט מיין אָרימען דעת ליידט דער יסוד – שוין נאָכ'ן אָננעמען אַז דאָס עקזיסטענץ פון גאָט איז יאָ איבערגעוויזן – פון כאָטש פיר אויבערפלעכליכע פעלערן:
א) דער פריערדערמאַנטער איבערווייז לייגט פאָר אַז על-פּי לאָגיק האָט זיך גאָט באַדאַרפט אויפפירן אין אַ געוויסן אופן, ער האָט געזאָלט מפרסם זיין פאַר יושבי תבל דאָס וואָס ער ערוואַרט פון זיי. שטעלט זיך די פראַגע: מאן יימר אַז גאָט אַרבייט מיט אונזער לאָגיק? ווער האָט אַנפּלעקט אַז אונזער שכל אַרבייט אין איינקלאַנג מיט גאָט'ס? אמת אַז אונזער לאָגיק דיקטירט אַזוי, אָבער ווען אונזער לאָגיק דיקטירט אַז אַ כל-יכול וואָלט נישט באַשאַפן אַ וועלט מיט שלעכטס דאַן זענען מיר פּסול צו טראַכטן, דעמאָלט פאַרגלייכט מען אונז צו מאַלפּעס, שטערבליכע אומוויסנדע פּאציענטן אונטער'ן דאקטאר'ס מעסער, פאַרצווייפלטע נאַראָנים וועלכע האָבן זיך נישט פאַרדינט קיין קורטוב פאַרשטאַנד. דעמאַָלט קומט אַריין אין בילד אַז גאָט – אַ פאַרגליכענער צו אַ בעל שכל לגבי דעם מאַלפּע אָדער ווי דעם ערפאַרענעם דאָקטאָר איבער'ן צאַפּלדיגן פּאציענט – טראַכט אַנדערש ווי אונז. אויב אַזוי הילכט אָפּ די פראַגע: מאי שנא?? פאַרוואָס איצט איז אונזער מהלך המחשבה נישט נאָר ריכטיג נאָר קען אויך אויסרעכענען וואָס נישט קיין אַנדערער ווי גאָט דאַרף און האָט אָנגעבליך געטאָן?! ווען האָבן מיר זוכה געווען צו דער מתנה טובה ושכל שמה?!
והשנית ווייסן מיר דען וואָס מיר זענען און וויאַזוי מיר עקזיסטירן, ביז היינט האָט נאָך קיינער נישט באַוויזן איבערצואווייזן אַז מיר זענען נישט עפּעס אַנדערש ווי אַ "מח אין אַ פאַס", אָדער אולי זענען מיר אַ בלויזער חלק פון אַ קאָמערציעלן טעסט וויאַזוי קאָרבאָן-באַזירטע באַשעפענישן רעאַגירן צום טעם פון איבערגעצויגענעם בייליק, אויב אַזוי ווי קענען מיר בכלל ניצן לאָגיק באַזירט אויף וואָס מיר רעדן זיך איין אַז מיר זענען, אונזער גאַנצער עקזיסטענץ איז דאָך אונטער אַ לאָגישער פראַגע-צייכן, טאָ פון וואַנעט זענען מיר פאַרזיכערט אַז אונזער לאָגיק איז ריכטיג?
ב) אפילו מיר זאָלן יאָ אָננעמען אַז אונזער לאָגישער הכרח איז אמת, בלייבט אָבער נאָך אַלס שווער: פון וואַנעט איז זיכער אַז דער ציל פון גאָט איז די אויסגערעכנטע טאַטן פון דער מענטשהייט. אפשר איז דער ציל גאָר עפּעס אַנדערש וואָס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין?
ג) און אויב ווילן מיר אָננעמען אַז גאָט'ס ציל איז דווקא אַזאַ וואָס ווענד זיך אין די אויסגערעכנטע טאַטן פון דער מענטשהייט, ווער האָט מגלה געווען אַז דאָס מוז זיין דווקא געשריבן אויף פּאַרמעט און ווערן געגעבן מיט אַ רואים-את-הקולות-נאָווינע? אולי קען זיך געטראַכט ווערן אַז דער אוניווערסאַלער מאָראַל וואָס איז איינגעקריצט ביי יעדן אין האַרץ אָט ער איז די אזוי אויסגעגאַרטע תורה? און גאָט'ס ציל איז אָט דאָס, אַז דער מאָראַל זאָל זיין אונזער וועג-ווייזער*, און דער דרך אשר נלך בה.
ד) והרביעית, די אויבנדערמאַנטע טענה וואָס איז אָנגעבליך "מכריח" אַז גאָט האָט אַמאָל קלאָר אַרויסגעזאָגט וואָס ער וויל, שטעלט פאָר אַז דורך דער גילוי וואָס גאָט האָט זיך באַוויזן צו דעם אידישן פאָלק איז קלאָר געוואָרן דעם רצון ה'. דאַרפן מיר אין באַטראַכט נעמען, גאַנץ רעכט אויב – נאָכ'ן אָננעמען אין דעם אמת פון דעם מעמד מתן תורה – זענען מיר טאַקע קלאָר אין דעם רצון ה' איז די טענה אַ ריכטיגע, אויב אָבער אפילו נאָכ'ן אָננעמען אַז דער סיפּור פון קבלת התורה איז אן אמת'ער העלפט דאָס נישט צוצוקומען צום תכלית המבוקש פאַלט אוועק די טענה ווי אַ זייפן-בלאָז. דאָס מברר צו זיין דאַרפן מיר א שפּרינג געבן צו די שפּעטערדיגע הוכחות פון די קירוב-עקספּערטן וועלכע פּרובירן אויפצואווייזן דעם אמיתת תורה של בעל פּה. לענ"ד זענען די ראיות זייער קנאַפּ און קענען נישט געהעריג איבערווייזן אז די תלמוד'יסטן שטעלן מיט זיך פאָר אַ שטערקערן אמת פון די קראים; אָדער אַז די היינטיגע אָרטאָדאָקסן רעפּרעזענטירן בעסער און אמת'ער דעם רצון פון גאָט ווי די העטראָדאָקסן; אָדער די אולטראַ-אָרטאָדאָקסן בעסער ווי די מאָדערן-אָרטאָדאָקסן. איינמאָל דאָס איז קלאָר, העלפט גאַנץ ווייניג צו דער פאַקט – אָדער מיטאָס – פון מעמד הר סיני. אַזוי צי אַזוי דאַרף סייווי איבערגעוויזן ווערן דעם סופּעריאָריטעט פון דער תורה-שבעל-פּה-רעליגיע איבער די אַנדערע ביבלישע רעליגיעס, און לויט מיין מיינונג עקזיסטירט נישט אַזעלכע באַווייזן.
די טענה איז נישט אַז אפילו מיר נעמען אָן אַז גאָט האָט זיך באַוויזן פאַר די אידן ווייסן מיר נאָך אַלס נישט וועלכע סאָרט אידן מיר דאַרפן זיין. עס גייט טיפער פון דעם: וויבאַלד אפילו נאָכ'ן זיין איבערגעצייגט אַז עס איז אַמאָל פאָגעקומען מעמד הר סיני ווייסן מיר נאָך אַלס נישט וואָס גאָט וויל פון אונז, פאַלט אַוועק דער הכרח פאַרוואָס מיר האָבן געמוזט זאָגן אַז עס איז בכלל געווען אַן אַנטפּלעקונג.
צום ביישפּיל: אַ מענטש זאָגט אַז די טראַגעדיע פון 9/11 איז געשאַפן געוואָרן דורך דער רעגירונג. פאַרוואָס מוז זיין אזוי? ווייל עס איז נישט מעגליך אַז די פּרימיטיווע טעראָריסטן זאָלן קענען אַנגאַזשירן אַזאַ סאָפיסטיקירטער פּלאַן. איצט אויב שטעלט זיך שפּעטער אַרויס אַז די רעגירונג האָט פּונקט אַזוי נישט געקענט צונויפשטעלן דעם פּלאַן ווייל עס איז געווען צי ברייט און גרויסאַרטיג אַז זי זאָל דאָס קענען באַהאַלטן פון נידריג-ראַנגיקע איינגעשטעלטע, דאַן פאַלט אַוועק די פריערדיגע הכרח אַז עס מוז זיין אַז די רעגירונג האָט דאָס געטאָן, ווייל מ'טוט גאָרנישט אויף גייענדיג פון איין אוממעגליכקייט צו דער צווייטער.
דאָס זעלבע אין אונזער פאַל אויב מוז זיין אַז עס איז געווען אַ מתן תורה ווייל עס "מוז" זיין אַז גאָט וויל אַז מיר זאָלן וויסן וויאַזוי אים צו דינען, וואָס טוט מיר אויף אויב זאָג איך אַז מתן תורה האָט פּאַסירט ווי טראַדיציע זאָגט – איך בלייב סיי-ווי איבער מיט גענוג ספיקות וויאַזוי גאָט וויל מ'זאָל אים דינען.
בלייבן מיר אַז מה לנו ולטענה הזאת, זי העלפט סייווי נישט צו צו דער הכרה אין דער אידישער אמונה, זי איז לכל היותר אַ צעדולעניש-מיטל צו וועלכן די סעמינאַרן-פירער גאַרן אַזוי.
מסקנא: דער "לאָגישער" איבערווייז אַז גאָט האָט אין אַ געוויסן פּונקט אין דער היסטאָריע זיך געמוזט באַווייזן פאַר זיינע בריאים איז באַזיסלאָז.
_________
* מיט "מאָראַל" מיין איך דאָס וואָס איז אוניווערסאַל-אָנגענומען אַלס בינדנד. דאָס איז כולל אַלעס וואָס גייט אַריין אין דעם גדר פון "מה דלך סני לחברך לא תעביד".

13 במאי 2007

איז די "אַנטפּלעקונג" טאַקע אַ לאָגישער הכרח?

אין די לעצטע יאָרן איז אַנטוויקלט געוואָרן אַ ריזיגער מאַרקעט פאַר אַזוי-גערופענע "קירוב"-ביכער, חודש נאָך חודש און וואָך נאָך וואָך ווערן די פּאָליצעס אין די ספרים געשעפטן פריש פאַרפלייצט מיט קונטרסים, ביכעלעך און פול-קאָלירטע האַרטע-דעקל ביכער אויף "קירוב" טעמעס. אַלע אויסן איבערצואווייזן דער אור-אַלטער אמונה פון יש מנהיג לבירה, און אַז דאָס איז נישט עפּעס אַנדערש ווי דער אידישער גאָט ווי פאָרמולירט אין די לעצטע טויזנטער יאָרן דורך די חכמים עד דורתינו אלה.
אַלע פון די ביכער האָבן מער-ווייניגער דעם זעלבן מהלך, באַזירט אויף דעם "חובת הלבבות", "הכוזרי" און שפּעטערדיגע ספרים. געווענליך וועלן אָבער אַלע טרעפן געוויסע איינצלהייטן מיט וואָס אַרויסצושטיין מיט שטערקערע ווערטער פון די קאָלעגען.
געווענליך פאַנגען זיי אָן מיט איבערווייז אויף דאָס עקזיסטענץ פון אַ כח עליון וואָס האָט אַלעס באַשאַפן מיט אומבאַגרייפליכער חכמה און אינטעליגענץ, דורך פילפאַרביג שילדערן די מולטי-פאַרצווייגטע חכמה וואָס ליגט אין יעדן ריר אויף דער וועלט; די חכמה וואָס ליגט אין אַ בלויזן בלעטל אויף אַ בוים; דאָס אינטעליגענץ וואָס איז באַהאלטן אין דעם ווייכן רינדיגן שטיקל פלייש וואָס ווערט גערופן – אויג; די וואונדערליכע שיינקייט וואָס הערשט אויף דער וועלט, פון פאַרשידנאַרטיגע מינעראַלן, מעטאַלן, אויגפאַרכאַפּנדע פאָנאָראַמעס; דאָס צונויפאַרבייט פון אַלע חלקים פון אַ לעבעדיגן באַשעפעניש; די אומגלויבליך-קאָמפּליצירטע אַנאָטאָמיע פון די קערפּערליכע אָרגאַנען. די ראיות גייען ווייטער און ווייטער מיט אַן ענדלאָזן קייט, און אַלעס ברענגט צו דער הכרה אז יש מנהיג לבירה.
ווייטער קומען אַ צאָל ראיות אַז ס'איז קלאָר אַז דער באַשאַפער פון דער וועלט האָט אַ ציל צו וואָס ער האָט איר באַשאַפן, ער האָט געוויס אַ סיבה פאַרוואָס די וועלט – מיט אַלע אירע באַגרעניצונגען און פּראָבלעמען – האָט געמוזט ארויסשפּראָצן פון דער אומענדליכער אייביגקייט.
"און וואָס מיינט איר, טייערע לייענער," פרעגן די ביכלעך רעטאָריש, "צי קען בכלל עולה על הדעת זיין אַז דער גרויסער אַלמעכטיגער גאָט וואָס האָט באַשאַפן דעם טיף-אומבאַגרייפבאַרן יקום, וכל צבא השמים, מיט אַן אונטערליגנדן תכלית וואָס דער מענטש קען נישטאַמאָל באַגרייפן, זאָל דאָס פאַרהוילן פון דער מענטשהייט? צי קען מען בכלל זאָגן אַז גאָט האָט אַריינגעוואָרפן דעם מענטש אין דער מאָדנער פאַרבלענדעטער וועלט אָן איינמעלדן וואָס עס דאַרף ווערן דאָ אויפגעטאָן, וואָספאַראַ חיובים עס ליגן אויף דעם מענטשנס פּלייצעס?"
אין די ווערטער פונעם בוך "שערי אמונה" (בני ברק, תשס"ו):

מאחר שהקב"ה ברא את השמים ואת הארץ, את האדם ושכלו ויכולת פעולתו, אין ספק שהוא רוצה משהו מן האדם, וזוהי תכלית בריאתו את האדם, ואת העולם אשר הושם בה. הרי לא יתכן כי כל זה נעשה סתם, ללא מטרה. אין ספק שה' גילה לאדם מה רצונו ממנו ומה חפצו שיעשה בעולם במשך ימי חייו. גם אם מישהו לא שמע כלל על מתן תורה, יכול היה להגיע בהגיונו למסקנה הכרחית שאי שם באיזה שהוא זמן ניתנה תורה עם הוראות לאדם מאת בוראו. לא יתכן אחרת. למסקנה זו חייב להגיע כל מי שמפעיל את שכלו הבלתי משוחד, ואת הגיונו החופשי באותה שעה משעבוד לתאוות.
נו, אייגנטליך ליגט דאָך דאָ אַ געוואַלדיגער יסוד: גאָט האָט זיך אָן קיין צווייפל באַוויזן פאַר דער מענטשהייט און איינגעמאָלדן בקול אדיר וחזק וואָספאַראַ עול עס ליגט אויף זייערע פּלייצעס, און אַקוראַט וויאַזוי זיי זאָלן אים צופרידן שטעלן ולעבדו בלבב שלם.
אויב אַזוי, גייט דער לאָגיק ווייטער, לאָמיר אַ בליק טאָן אין דער פאַרצווייגטער וועלט-היסטאָריע און לאָמיר אריינפּאַסן אַ געשעעניש פון אַ מאַסן-התגלות. אַוואו פּאַסט דאָס אַריין? הווי אומר: זמן מתן תורתינו הקדושה!
מיט דעם קומען די קירוב-מיסיאָנערן צו צו זייער ציל – תורה מן השמים!
אַלזאָ, לאָמיר אָביעקטיוו אַריינטראַכטן און ריכטיג זיך פאַרטיפן אין דער אַרגומענט.
לויט מיין אָרימען דעת ליידט דער יסוד – שוין נאָכ'ן אָננעמען אַז דאָס עקזיסטענץ פון גאָט איז יאָ איבערגעוויזן – פון כאָטש דריי אויבערפלעכליכע פעלערן:
א) דער פריערדערמאַנטער איבערווייז לייגט פאָר אַז על-פּי לאָגיק האָט זיך גאָט באַדאַרפט אויפפירן אין אַ געוויסן אופן, ער האָט געזאָלט מפרסם זיין פאַר יושבי תבל דאָס וואָס ער ערוואַרט פון זיי. שטעלט זיך די פראַגע: מאן יימר אַז גאָט אַרבייט מיט אונזער לאָגיק? ווער האָט אַנפּלעקט אַז אונזער שכל אַרבייט אין איינקלאַנג מיט גאָט'ס? אמת אַז אונזער לאָגיק דיקטירט אַזוי, אָבער ווען אונזער לאָגיק דיקטירט אַז אַ כל-יכול וואָלט נישט באַשאַפן אַ וועלט מיט שלעכטס דאַן זענען מיר פּסול צו טראַכטן, דעמאָלט פאַרגלייכט מען אונז צו מאַלפּעס, שטערבליכע אומוויסנדע פּאציענטן אונטער'ן דאקטאר'ס מעסער, פאַרצווייפלטע נאַראָנים וועלכע האָבן זיך נישט פאַרדינט קיין קורטוב פאַרשטאַנד. דעמאַָלט קומט אַריין אין בילד אַז גאָט – אַ פאַרגליכענער צו אַ בעל שכל לגבי דעם מאַלפּע אָדער ווי דעם ערפאַרענעם דאָקטאָר איבער'ן צאַפּלדיגן פּאציענט – טראַכט אַנדערש ווי אונז. אויב אַזוי הילכט אָפּ די פראַגע: מאי שנא?? פאַרוואָס איצט איז אונזער מהלך המחשבה נישט נאָר ריכטיג נאָר קען אויך אויסרעכענען וואָס נישט קיין אַנדערער ווי גאָט דאַרף און האָט אָנגעבליך געטאָן?! ווען האָבן מיר זוכה געווען צו דער מתנה טובה ושכל שמה?! והשנית ווייסן מיר דען וואָס מיר זענען און וויאַזוי מיר עקזיסטירן, ביז היינט האָט נאָך קיינער נישט באַוויזן איבערצואווייזן אַז מיר זענען נישט עפּעס אַנדערש ווי אַ "מח אין אַ פאַס", אָדער אולי זענען מיר אַ בלויזער חלק פון אַ קאָמערציעלן טעסט וויאַזוי קאָרבאָן-באַזירטע באַשעפענישן רעאַגירן צום טעם פון איבערגעצויגענעם בייליק, אויב אַזוי ווי קענען מיר בכלל ניצן לאָגיק באַזירט אויף וואָס מיר רעדן זיך איין אַז מיר זענען, אונזער גאַנצער עקזיסטענץ איז דאָך אונטער אַ פראַגע-צייכן, טאָ פון וואַנעט זענען מיר פאַרזיכערט אַז אונזער לאָגיק איז ריכטיג?
ב) פון וואַנעט איז זיכער אַז דער ציל פון גאָט איז די אויסגערעכנטע טאַטן פון דער מענטשהייט. אפשר איז דער ציל גאָר עפּעס אַנדערש וואָס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין? און אַז יאָ אַ תורה, ווער האָט מגלה געווען אַז דאָס מוז זיין דווקא געשריבן אויף פּאַרמעט און ווערן געגעבן מיט אַ רואים-את-הקולות-נאָווינע? אולי קען זיך געטראַכט ווערן אַז דער אוניווערסאַלער מאָראַל וואָס איז איינגעקריצט ביי יעדן אין האַרץ אָט ער איז די אזוי אויסגעגאַרטע תורה? און גאָט'ס ציל איז אָט דאָס, אַז דער מאָראַל זאָל זיין אונזער וועג-ווייזער, און דער דרך אשר נלך בה.
ג) והשלישית, די אויבנדערמאַנטע טענה וואָס איז אָנגעבליך "מכריח" אַז גאָט האָט אַמאָל קלאָר אַרויסגעזאָגט וואָס ער וויל, שטעלט פאָר אַז דורך דער גילוי וואָס גאָט האָט זיך באַוויזן צו דעם אידישן פאָלק איז קלאָר געוואָרן דעם רצון ה'. דאַרפן מיר אין באַטראַכט נעמען, גאַנץ רעכט אויב – נאָכ'ן אָננעמען אין דעם אמת פון דעם מעמד מתן תורה – זענען מיר טאַקע קלאָר אין דעם רצון ה' איז די טענה אַ ריכטיגע, אויב אָבער אפילו נאָכ'ן אָננעמען אַז דער סיפּור פון קבלת התורה איז אן אמת'ער העלפט דאָס נישט צוצוקומען צום תכלית המבוקש פאַלט אוועק די טענה ווי אַ זייפן-בלאָז. דאָס מברר צו זיין דאַרפן מיר א שפּרינג געבן צו די שפּעטערדיגע הוכחות פון די קירוב-עקספּערטן וועלכע פּרובירן אויפצואווייזן דעם אמיתת תורה של בעל פּה. לענ"ד זענען די ראיות זייער קנאַפּ און קענען נישט געהעריג איבערווייזן אז די תלמוד'יסטן שטעלן מיט זיך פאָר אַ שטערקערן אמת פון די קראים; אָדער אַז די היינטיגע אָרטאָדאָקסן רעפּרעזענטירן בעסער און אמת'ער דעם רצון פון גאָט ווי די העטראָדאָקסן; אָדער די אולטראַ-אָרטאָדאָקסן בעסער ווי די מאָדערן-אָרטאָדאָקסן. איינמאָל דאָס איז קלאָר, העלפט גאַנץ ווייניג צו דער פאַקט – אָדער מיטאָס – פון מעמד הר סיני. אַזוי צי אַזוי דאַרף סייווי איבערגעוויזן ווערן דעם סופּעריאָריטעט פון דער תורה-שבעל-פּה-רעליגיע איבער די אַנדערע ביבלישע רעליגיעס, און לויט מיין מיינונג עקזיסטירט נישט אַזעלכע באַווייזן. בלייבן מיר אַז מה לנו לטענה הזאת זי העלפט סייווי נישט צו צו דער הכרה אין דער אידישער אמונה, זי איז לכל היותר אַ צעדולעניש-מיטל צו וועלכן די סעמינאַרן-פירער גאַרן אַזוי.
מסקנא: דער "לאָגישער" איבערווייז אַז גאָט האָט אין אַ געוויסן פּונקט אין דער היסטאָריע זיך געמוזט באַווייזן פאַר זיינע בריאים איז באַזיסלאָז.